די כח התפילה פון ר’ עקיבא איגר

ר׳ שמעון האט ער געהייסן, דער גביר פון שטאט, וועלכער איז געטראגן געווארן אויף אלעמענ׳ס ליפן נאר מיט א באגלייטונג פון לויב-ווערטער: ״ר׳ שמעון דער נגיד״, ״ר׳ שמעון דער גוטער״, ״ר׳ שמעון דער אבי יתומים״. אט מיט אזעלכע און ענליכע צונעמען האט מען באקרוינט ר׳ שמעונ׳ען און עס האט טאקע געמוזט אזוי זיין, ר׳ שמעון האט זיך גאנץ ערליך פארדינט און איז געווען פולשטענדיג בארעכטיגט צו אט די אלע טיטלען, און נאך ווי. ר׳ שמעון איז דאך געווען דער טאטע פונעם גאנצן שטעטל. כאטש ער האט אפיציעל נישט באזיצט דעם ראש הקהל טיטל, האט ער אבער געטראגן דעם עול פונעם גאנצן שטעטל מיט אירע נאנט צו הונדערט משפחות. וואו אן ארימער קימפעטארן, א קראנקער ל״ע, וואו א נויטבאדערפטיגטער פאר פסח, וואו א כלל-זאך, אלעס האט זיך געווענדעט צו ר׳ שמעון, און ער האט טאקע זיך געלאזט שפירן, אזוי אז יעדער האט אים געשעצט און געאכטעט. און געווען איז ער טאקע דער ר׳ שמעון, אויסער א תלמיד חכם און מתנהג בחסידות, אויך א גרויסער עושר. ער האט געפירט געשעפטן מיט אלע ארומיגע פריצים, זיין האלץ האנדל האט ארומגענומען דאס גאנצע אומגעגנט, געווען אפילו סטאטיסטיקער און סתם גריבלער וועלכע האבן געהאלטן, אז דרייסיג פון יעדע הונדערט שיפן מיט האלץ וועלכע ווערן אפגעלאדנט פון האלץ אין דאנציג, באלאנגען צו ר׳ שמעונ׳ען. און ר׳ שמעון האט טאקע פארשטאנען אז דאס געלט איז נישט זיינ׳ס. דאס האט אים דער באשעפער באשאנקען דערמיט אויסצוהאלטן די געברויכער, און האט טאקע געטיילט דאס געלט ווי אן ערליכער גבאי צדקה.
דעריבער איז נישט קיין וואונדער אז האס גאנצע שטעטל איז געווארן איינגעהילט אין אומעט ווען מען האט זיך דערוואוסט אז ר׳ שמעון דער נגיד ליגט ערנסט קראנק ביי זיך אינדערהיים. דאקטוירים לאזן קיינעם נישט צו, אפילו נישט די אייגענע שטוב מענטשן, זיי דרייען זיך ארום אין הויז אריין און ארויס, און קיין אויסוועג האבן זיי נאכנישט געפונען. דער גרויסער פראפעסאר וועלכן ר׳ שמעונ׳ס קינדער האבן פאר פיל געלט אראפגעברענגט פונדערווייטנס, האט זיך, ווי נאר ער האט געקוקט אויף דעם חולה, אויסגעדרייט און ארויסגעגאנגען מאכנדיג מיט די הענט אלס צייכן אז… עס איז שוין נישטא וואס צו ווארטן, דער חולה איז ר״ל מסוכן.
די שטוב לייט צוגלייך מיט אלע שטאט לייט זענען ארומגעגאנגען זייער צערודערט. די ערשטע, אויפ׳ן מצב פון זייער טאטע און משפחה קרוין אויף וועלכן ס׳שוועבט ר״ל א לעבנס געפאר, און די צווייטע, ווי קענען זיי זיך אריבערגיין צום טאג ארדענונג ווען עס הערן זיך אזעלכע שלעכטע בשורות ר״ל וועגן זייער באליבטן שטאטס-טאטע, ווי קענען זיי דאס פארדייען אוועקצולאזן דאס וואס איז אזוי שטארק פארבונדן אין זייער הארץ. איז טאקע די פארצווייפלונג גרויס. מען האט איינגעריסן אין די בתי מדרשים, געזאגט תהלים, געטיילט צדקה, אנגעווענדט אלעס וואס נאר אין די מעגליכקייט ארויסצוהעלפן אין דעם צושטאנד. מען לאזט זיך קאסטן נאך און נאך אראפצוברענגען וואס גרעסערע דאקטוירים. נאר אלעס בלייבט ביים אלטן, עס זעט זיך נישט קיין שינוי נישט אויף ארויף און נישט אויף אראפ
.
דער גאון וצדיק ר׳ עקיבא אייגער זי”ע האט גראד דאן געוויילט אין שטעטל וואוהין ער איז געקומען זאמלען געלט פאר פדיון שבויים, און טאקע אויך געהאט ר׳ שמעונ׳ען אויף די ליסטע און געהאפט צו באקומען ביי אים א חשוב׳ע מטבע, און דא פלוצלינג אזא אומגליק. די קינדער האבן שוין דעם גאון געגעבן אומגעהויערע סומעס, פאר דעם הייליגן צוועק, דער גאון זאל אויס׳פועל׳ן א רפואה שלימה פאר זייער באליבטן טאטן.

דער גאון האט צוגעזאגט מתפלל צו זיין און אנגעוואונטשן א רפואה שלימה. דערווייל גייען טעג פארביי און קיין ענדערונג זעט זיך נישט

דער גאון האט טאקע באשלאסן אריבער צו גיין באזוכן דעם גביר אין שטוב תיכף נאך שחרית דאווענען, אים געבן כאטש א טרייסט ווארט, אים מחזק זיין, בארואיגן, ישועות ה׳ כהרף עין, מיר ווייסן דאך נישט דעם באשעפער׳ס וועג.

ווי ער קומט אריין אין שטוב און דער קראנקער דערזעט אים, ברעכט ער אויס אין א יאמערליך געוויין… רבי, איך בעט אייך העלפט מיר, איך פיל ווי די כוחות לאזן זיך מיר אויס… איך האב נאך א שטוב מיט קינדער… נחת דערלעבן… די שטאט נצרכים… רבי איך בעט…״
דער גאון לאזט אים נישט זיך פארביטערן: ״נישט געזארגט ר׳ שמעון, דער באשעפער וועט אייך נישט פארלאזן, איר האט אייך שטענדיג דערבארעמט אויף הילפלאזע און האפענונגסלאזע, וועט זיך השי״ת געוויס דערבארעמען אויף אייך, נאר זייט נישט געפאלן ביי זיך, ר׳ שמעון, געפאלנקייט איז נישט קיין רפואה, שטארקט אייך און מוטיגט אייך, און השי״ת וועט אייך גאר אינגיכן שיקן א גאנצע רפואה״  ״אמן הלואי!״ האט ר׳ שמעון געענטפערט. חיים דער עלטסטער פון ר׳ שמעונ׳ס קינדער איז אריין אין צימער, און געזאגט אביסל באגייסטערט און אביסל דערשראקן: ״דער קעניג מיט זיין סוויטע פארן דורך אין דערבייאיגן שטאט, אפשר וואלט געווען א פלאן אז מ׳זאל זיך מיט אים פארבינדן און פרובירן אהערצוברענגען דעם קעניג׳ס לייב-דאקטאר, מען וואלט נאך געדארפט אנווענדן דעם דאזיגן מיטל.״

א שטיקל דערלייכטערונג איז אריבער אויף אלע אנוועזנדע, און דער רבי האט טאקע שוין באפוילן צו איינעם פון זיינע משמשים, וועלכער איז שוין געווען באהאוונט אין אזעלכע סארט שליחות׳ן: ״פאר שוין אריבער אהין און זוך אויף מארישאווסקי דער נאנטסטער ראטגעבער פונעם קעניג, מיט וועלכן איך האב שוין פיל מאל גערעדט און פון אים גוטס גענאסן, ער וועט מיר זיכער געדענקען, בעט אים אין מיין נאמען ער זאל זען צו ערלעדיגן אז דעם קעניג׳ס לייב דאקטאר זאל שוין קומען דא אהער אונטערזוכן א שווער קראנקען. זאג אים אז איך וועל אים נישט שולדיג בלייבן.״ דער שליח איז ארויסגעפארן און ביז ביינאכט איז דער דאקטאר שוין געווען ביים חולה אין שטוב.

די שטוב לייט צוזאמען מיט׳ן גאון, וועלכער האט שוין נישט אפגעטרעטן פונעם קראנקנ׳ס בעט ווארטנדיג אויפ׳ן דאקטאר, האבן אלע געווארט מיט שפאנונג צו זען וואס דער דאקטאר וועט דא מחדש זיין

צו זייער גרויס פארדרוס, האט דער דאקטאר נאך א קורצע אונטערזוכונג, ארויסגעזאגט זיין מיינונג ענליך צו אלע פריערדיגע דאקטוירים: ״א שווערע אנטצינדונג אויף די לונגען, די טעג זענען געציילטע, עס איז נישטא וואס צו טאן.״ דאס פארביטערונג איז געוואקסן. די שטוב-לייט זענען אריינגעפאלן ממש אין פאניק, עם האט אויסגעבראכן א גרויס געוויין. אז דער גרויסער דאקטאר זאגט שוין איז דאך שוין ממש פארפאלן. איינער איז געווען וועלכער האט נישט פארלוירן זיין גלייכגעוויכט, נאר געזעסן רואיג און אריינגעטראכט. דאס איז געווען דער גאון. ער איז זיך געזעסן גאנץ שטיל און רואיג געטראכט און פלוצים זיך אויפגעשטעלט און א פרעג געטאן דעם דאקטאר: ״הער דאקטאר! איך בעט אייך ענטפערט מיר אויף מיין פראגע, וואס וואלט איר געטאן ווען דער קועניג אלייז וואלט געהאט די קראנקהייט?״
דער דאקטאר האט זיך א וויילע פארטראכט, דאן זיך אנגערופן צום גאון ״הערט אויס, צו די קרענק איז באמת דא א רפואה. עס עקזיסטירט א סארט פויגל וועלכען מען קען נישט זען אין דעם ישוב, עס געפינט זיך אין די ווייטע מדבריות, און אין דעם סארט אליין געפינט זיך בלויז איין משפחה וואס אויב מען זאל נעמען א פויגל פון זיי און דאס אפקאכן, און געבן פון די זופ צו עסן פאר׳ן קראנקען וועט די אנטצינדונג גאר שנעל פארשוואונדן. איז דער פראבלעם אז עס איז זייער שווער צוצוקומען צו דעם פלאץ וואו דער פויגל געפינט זיך, און פון זיי צו פאנגען. נאר וואס דען? ווען עס וואלט זיך געהאנדלט, ווי איר האט געפרעגט רבי, פונעם קעניג אליין, וואלט מען ארויסגעשיקט גאנצע מחנות מיליטער אז זיי זאלן דארט פאנגען דעם עוף און אים אהערברענגען.

אסאך מאל קען זיין אז נאך גרויס מיה און אנשטרענגונג זאל געלונגען צו כאפן א פויגל, און אויב איז דאם נישט פון די ריכטיגע משפחה, מוז מען צוריקגיין און פרובירן ביז מען וועט טרעפן די ריכטיגע. דאס איז ווען עס רעדט זיך פונעם קעניג אליין, אבער פאר פראסטע מענטשן איז לויט מיין מיינונג אוממעגליך צו עררייכן אזא מין זאך.״

ווי דער גאון האט האס דערהערט האט ער זיך זייער דערפרייט, און ער האט זיך אנגערופן צו די שטוב מענטשן אז ער איז זיכער אז ער וועט גאר אין קורצן האבן די רפואה פאר זייער טאטן. דער דאקטאר האט מיט א שמייכל פארלאזט דאס הויז, ער האט זיך פארצייכנט דעם דאטום און דאס פלאץ פון זיין היינטיגן וויזיט. אוין דער גאון איז געגאנגען צו זיין אכסניא.

ווי דער גאון איז געקומען אין קווארטיר, האט ער זיך איינגעשלאסן אין א צימער און האט אויסגעגאסן זיין הארץ פאר השי״ת, ער זאל אים באזארגן אזא פויגל און דערמיט קענען ראטעווען האס לעבן פון דעם קראנקען גביר. ״זאל דער גוי זען״ – האט דער גאון זיך אויסגע׳טענה׳ט מיט׳ן בורא כל עולמים – ״דיין גרויסקייט. זאל ער געוואויר ווערן אז אזא זאך וואס ער האלט פאר אוממעגליך קענסטו השי״ת באווייזן פאר דיינע קינדער.״ ער איז ארויסגעקומען און געגאנגען דאווענען מנחה.

אינמיטן דאווענען האט מען פלוצלינג געהערט א געוואלדיג שטארק קלאפן אינעם פענסטערל אויפ׳ן דאך. די מענטשן האבן זיך אביסל דערשראקן, אבער דער גאון האט געהייסן מען זאל ארויפגיין זען וואס דארט קומט פאר.

מען איז ארויפגעגאנגען, האט מען געזען ווי עפעס א פויגל, מיט זייער א משונה׳דיגן אויסזען איז אריינגעפלויגן דורכ׳ן קל״יינעם פענסטערל. דער גאון האט געהייסן מ׳זאל האס פויגל אריבערטראגן צו ר׳ שמעון אין הויז, עס אפקאכן און געבן דערפון צו עסן פאר׳ן קראנקן, און די פעדערן זאל מען אפפליקן און אוועקלייגן אויף א באהאלטענעם פלאץ.

די שטוב-לייט האבן אזוי געטאן און מען האט געזען ממש ווי פון איין שעה ביז די אנדערע איז פאר׳ן קראנקן בעסער געווארן

דער גאון איז אהיימגעפארן אפנעמנדיג ביים גביר א שיינע סומע וועלכע האט געקלעקט פאר דעם פדיון שבויים צוליב וועלכן ער איז יעצט ארומגעפארן, און נאך פאר אנדערע צדקה צוועקן.

ר׳ שמעון איז קורצליך גענצליך געזונט געווארן. ער האט געמאכט א סעודת הודאה, וואו עס האט אנטייל גענומען די גאנצע שטאט, און אלע צוזאמען האבן געלויבט השי״ת פאר זייער צוריק באקומענעם טאטן און פרנס.

* * *

עטליכע יאר שפעטער האט זיך געמאכט אז דער קעניג מיט זיין סוויטע זענען נאכאמאל פארבייגעפארן אין זעלבן שטאט. דער דאקטאר איז נייגעריג געווען וואס עם האט זיך אויסגעקאכט מיט יענעם איד, איז ער דירעקט פארפארן אין יענעם שטעטל. ווי ער איז אריינגעקומען אין שטוב האט ער דערזען ר׳ שמעונ׳ן, האט ער ממש נישט געוואלט גלייבן. ער האט זיי געפרעגט וויאזוי ער איז אויסגעהיילט געווארן? האבן זיי אים פארציילט און געוויזן די פעדערן וואס זיי האבן באהאלטן. דער דאקטאר האט געזאגט אז האס איז טאקע דאס פויגל, און ער פארשטייט נישט וויאזוי אזא פויגל איז אריינגעקומען אין ישוב אריין ווען נישט די תפילה פון הייליגן גאון ר׳ עקיבא אייגער זצ״ל, און דער קידוש השם איז געווען גרויס.

Leave a Reply

Your email address will not be published. Required fields are marked *

You may use these HTML tags and attributes: <a href="" title=""> <abbr title=""> <acronym title=""> <b> <blockquote cite=""> <cite> <code> <del datetime=""> <em> <i> <q cite=""> <strike> <strong>