Stories

איינער פון די גרויסע סוחרים אין פרעשבורג, איז אריינגעקומען צום חתם סופר ז”ל, און אים דערציילט איבער דעם שווערן איבערגאנג וואס ער מאכט מיט אין געשעפט, וויפיל פלראבלעמען ער האט, און אז אין שטאט מיינט מען אז ער איז א גרויסער עושר, אבער דערווייל איז זיין מצב זייער ביטער, און ער וויל א ברכה פונעם רב. “איך האב פלונקט איצט געהערט, האט אים דער חתם סופר ערקלערט, אז דיין קרוב איז אויך א גרויסער יורד ל”ע. ווי אזוי קען מען לעזן זיין פלראבלעם?”.

“דאס איז נישט מיין פלראבלעם” - האט דער סוחר זיך ארויסגעדרייט – ”ווען איך האב מיינע אייגענע פלראבלעמען”.
דאס איז נישט דער ריכטיגער וועג, האט דער רב ערקלערט. דער פלסוק דערציילט, ווען די אידן האבן מיטגעמאכט דעם גלות מצרים, וגם אני שמעתי ”את” נאקת בני ישראל, דער ”את” קומט מרבה זיין, אז איין איד האט געקרעכצט אויך פאר די צרות פון די אנדערע אידן. דאס האט שטארק אויסגענומען ביים אויבערשטן, אז ער זאל אויסלייזן די אידן פון זייערע צרות און פליין. אז מ’וויל פלטור ווערן פון די אייגענע פלראבלעמען, דארף מען קרעכצן אויך אויף יענעמ’ס, האט דער חתם סופר אויסגעפירט.

עס איז באקאנט דאס בילד פון חתם סופר. אויף דעם בילד ווערט דערציילט אין ספר ”שולחן מלכים” אז אמאל איז געקומען צום חתם סופר איינער פון זיינע אנגעזעענע תלמידים און דערציילט פאר זיין רבי’ן אז ער האט א שידוך געטאן מיט זיין טאכטער, אבער ער האט נישט קיין נדן אראפלצולייגען דערפאר, האט ער א געניאלן פללאן, אראפלצומאלן א בילד פונעם רבי’ן, ער וועט דאס פארקויפן פאר גוט געלט, און קענען חתונה מאכן זיין טאכטער. דער חתם סופר האט אים ערקלערט, אז באמת איז א בילד נישט קיין אויסגעהאלטענע זאך ווייל עס נעמט אראפל די קדושה פונעם מענטש,אבער פאר די מצוה פון הכנסת כלה, וועל איך דיר דאס מאל

ערלויבן אפלצומאלן א בילד, און דאס בילד איז געבליבן ביז היינט.

אין ”אגרות סופרים” ווערט געברענגט די זעלבע מעשה, אבער דארט ווערט אויסגעפירט אז דער חתם סופר האט זיך שטארק געבייזערט און האט געזאגט פאר’ן מחותן, ווייל דו שעמסט דיך צו פארשאפן געלט פאר די חתונה, מוזטו פארשעמען מיין פלנים? ערקלערנדיג אז די בילדער איז א גרויסע בושה פאר אים.

עס ווערט דערציילט אז דער חתם סופר האט אמאל אויפגעטוהן אז פון טאג אויף נאכט דארף מען נישט ווארטן זעקס שעה, ווייל ווען מ’שלאפט אינמיטן ווערט דאס שנעלער נתעכל. יענעם צופרי האט ער זיך געמאכט א קאווע פאר די זעקס שעה, אבער אינמיטן האט זיך דאס אויסגעגאסן, האט ער דערין געזען א רמז פון הימל אז מ’איז נישט צופרידן פון דעם פסק.

דער חתם סופר ז”ל האט אמאל געזאגט, ס’איז נישט קיין וואונדער אז משה רבינו איז אויסגעוואקסען א ”משה רבינו”. ווען איך וואלט געהאט אזא רבי’ן ווי משה רבינו האט געהאט, וואלט איך אויך אזוי אויסגעוואקסען. איי, האט דער חתם סופר אויסגעפירט, וועט איר פרעגן פארוואס האב איך נישט זוכה געווען צו אזא גרויסען רבי’ן? איז דער ענטפער, ווייל איך בין דאך נישט משה רבינו…

אן אינטערעסאנטע זאך וואס מען פלעגט אסאך מאל זען ביי הרה”ק מפשעווארסק זצ”ל. ער פלעגט נעמען די עק פון זיין בעקיטשע און עס דורכפירן אויף די נאז, יעדער האט זיך געוואונדערט אויף דעם אומפארשטענדליכן באדייט.
דערציילט א איד, אז ער האט אמאל אריינגעקוקט אין א חתם סופר וואס דער פשעווארסקער רבי ז”ל פלעגט נוצן, האט ער דארט געטראפן צוגעצייכנט פונעם רבי’ן, אז מען זאל נאכקוקן אויף א פלאץ וואו דער חתם סופר שרייבט וועגן כעס.האט ער נאכגעקוקט, שרייבט דער חתם סופר דארט, אז אויב וויל מען זיך בייזערן אויף איינעם, זאל מען אריבערפירן דעם עק פונעם בגד אויף די נאז און דער כעס וועט זיך אפשטילן…

דער חתם סופר ז”ל שרייבט אין א תשובה (שו”ת ח”ו ליקוטים נ”ט), שטענדיג האב איך געטראכט פארוואס שטייט אין פלסוק קודם והייתם נקיים מה’ און נאכדעם מישראל? נאר פון מענטשן איז א סאך שווערער צו זיין ריין ווי פון אויבערשטן,ווייל מענטשן זענען ליידער געוואוינט צו טראכטן שלעכטס אויף א צווייטן.
גאנץ מעגליך אז דאס מיינט שלמה המלך, אין צדיק בארץ אשר יעשה טוב ולא יחטא, אז קיינער געפעלט נישט פאר א צווייטן, און מ’איז קיינמאל כמעט נישט יוצא מיט’ן חלק פון והייתם נקיים מישראל…

אין ספר אלף כתב (אות נ”ו) ווערט געברענגט אין נאמען פון ר’ נטע וואלף ליעבר ז”ל ראב”ד פון פרעשבורג, אז ווען דער חתם סופר האט געלערנט חומש רש”י איז ער געווען אש להבה, און ווען ער האט געלערנט ספר דברים איז ער געווען כולו אש…

אין ספר חוט המשולש ווערט געברענגט אז רבי שמעון סופר ז”ל האט דערציילט אז דער חתם סופר איז געווען א בקי אין אלע חכמות, ער האט אפילו אנגעהויבן שרייבן א ספר דערויף, נאר אזוי ווי עס איז ארויסגעקומען דער ספר הברית האט ער דאס דורכגעקוקט מרישא לסיפא און געזאגט פאר זיינע תלמידים זאלן דאס לערנען וועלן זיי טרעפן דערין אלע חכמות, אויספירנדיג אז ער האט פאר אים און פאר זיי געשפארט די ארבעט וואס זיי וואלטן געדארפט טוען.

עס ווערט דערציילט אז דער הייליגער ”חתם סופר” ז”ל האט אמאל אויף דער עלטער נישט געקענט איבערגעבן דעם שיעור פאר די תלמידים, האט ער מכבד געווען זיין זון, דער שפלעטערדיגער ”כתב סופר”, פארצולערנען דעם שיעור טראצדעם וואס ער איז נאך דאן געווען גאר יונג. די תלמידים האבן זיך זייער געוואונדערט אויף זייער רבי’ן, ווי אזוי איז ער מכבד אזא יונגען מאן פארצולערנען אזא שיעור וואס פלעגט געווענליך געזאגט ווערן מיט גרויס חריפות און טיפקייט.
נאכ’ן שיעור, וואס איז אפלגעצייכענט געווארען אלס שטארק א געלונגענער, האבן זיי אויפגעברענגט זייער וואונדער פאר’ן רבי’ן, פרעגענדיג ווי אזוי האט דער רבי זוכה געווען צו אזא זון? דער ”חתם סופר” האט מיט טרערען אין די אויגען געענטפערט פאר זיי, איר מיינט אז אומזיסט האב איך זוכה געווען צו דעם? דאס האט מיך געקאסט א ”הוט מיט טרערן”.פון דעם טאג וואס ער איז געבוירען איז נישט געווען א תפלה וואס כ’זאל אים נישט אינזין האבן און וויינען צום בורא ער זאל אויסוואקסען א גדול בתורה. די תלמידים ברענגען טאקע אז ווען דער חתם סופר פלעגט אויסטרעטן פון שמונה עשרה, האט מען באמערקט אז אויף דעם ארט וואו ער איז געשטאנען, איז געווען אנגעזאמעלט וואסער וואס איז צונויף געקומען פון זיינע זודיגע טרערן.

ווען מ’האט אנגעפרעגט א שאלת עגונה פונעם גאון ר’ מרדכי בנעט ז”ל, האט ער באפוילן אנצופרעגן ביים חתם סופר,וואס איז געווען א גרויס וואונדער ביי זיינע מקורבים, ווייל ר’ מרדכי איז געווען פיל עלטער פונעם חתם סופר ז”ל. ווען דער חתם סופר האט גלייך אפגעשריבן א תשובה און עס געגעבן פאר זיין זון דער כתב סופר אוועקצושיקן, האט ער דאס באהאלטן אויף צוויי טעג ווייל מעגליך וועט דער טאטע חרטה האבן אויף די תשובה וואס ער האט אראפגעשריבן אזוי שנעל אן נאכקוקן אין ספרים. ווען דער חתם סופר האט אים ”געכאפט”, האט ער אים פארגעהאלטן, זאגענדיג, “אין יעדן דור האט דער באשעפער זיינע דיינים און שופטים, אין דעם דור בין איך דער דיין און וואס דארפסטו מורא האבן פון מיין תשובה”?
ווען ר’ מרדכי בנעט האט באקומען די תשובה האט ער עס דורכגעקוקט עטליכע מאל, זאגענדיג, בלויז די שריפט פונעם חתם סופר איז מסוגל צו יראת שמים, און ס’לוינט זיך איבערצוקוקן עטליכע מאל.

מערקווירדיגע דיבורים שטייט אין דרשות חתם סופר אויף פרשת כי תצא, ווי דער חת”ס דערציילט, כ’האב אליין בייגעוואוינט ווי א קליין קינד וועלכער איז געווען גאר א חשוב’ער, איז ל”ע אוועק. די עלטערן האבן זיך נישט געקענט טרייסטן נאך אים, ביז דער טאטע האט זיך איינמאל גע’חלומ’ט ווי ער זעט זיין פארלוירענעם זון ווי ער איז שוין אויפגעוואקסען און ער האט זיך ל”ע גע’שמד’ט! דער פאטער האט ביטערליך געוויינט און זיך געריסען די האר פון קאפל אויף דעם ביטערן אומגליק. שפלעטער ווען ער האט זיך דערוועקט און האט באמערקט אז דאס איז נאר א חלום, האט ער זיך געטרייסט, אז זיין זון איז נפטר געווארען אלס אן ערליכער, פארשטייענדיג אז מיט דעם האט ער פארמיטן דעם ביטערן שיקזאל. דער חתם סופר פירט אויס, זה מעשה ראיתי והיא אמת…

אין שו”ת חתם סופר (או”ח סוף סימן נ”א) ווערט געברענגט אז דער וואס מישט אויס דברי תורה מיט ספרי הגיון, איז עובר אויפ’ן לאו פון לא תחרוש בשור ובחמור יחדיו…

מ’האט אמאל דערציילט פאר’ן חתם סופר איבער איינעם וואס לאכט אפ פון תורת הנסתר, האט ער געזאגט, דער וואס זאגט בנגלה אז ער לאכט פון נסתר, איז דאס א באווייז אז בנסתר לאכט ער אויך פון נגלה…

אין ספר ”אלף כתב” (תש”ז) ווערט געברענגט אז דער חתם סופר האט אנגעוויזן אז דער יאר תק”ע לפ”ק איז א שנת”פלקידה” פאר די גאולה שלימה. און ער האט דאס מרמז געווען אינעם פלסוק ”אחרי נמכר”, אז מ’זאל רעכענען יעדען צווייטע אות פון דעם ווארט נמכ”ר, נ’-ע, מ’-ס, כ’-מ, ר’-ת, איז דאס בגימטריא תק”ע, א רמז אז אין יענעם יאר דארף זיין די גאולה שלימה.
מענין לענין: אין חתם סופר די וואך ווערט געברענגט אז אין יאר תר”א וועט זיין א שנת פקודה, ווי עס האט זיך שפעטער ארויס געשטעלט איז ער יענעם יאר נפטר געווארען…

איינמאל אין אן ערב שבת פארנאכט איז דער הייליגער חתם סופר זי”ע געגאנגען דאווענען מנחה אין דער באגלייטונג פון איינעם פון זיינע נאנטע שטוב מענטשען מיט’ן נאמען יעקב לעהרער וועלכער איז דעמאלט געווען זיין משמש.
אויפ’ן וועג ארויס ווען ער איז צוגעגאנגען צו די טיר קושען די מזוזה איז דער חתם סופר געבליבן אזוי שטיין א שטיקעל צייט מיט די הענט אויף די מזוזה .
נאך אפאר מינוט איז ער צוריק אריין צו זיך אין שטוב געעפענט דאס שיפלעדל וואו ער פלעגט האלטען זיין געלט און ארויס גענומען עלף גילדן ער האט עס איבערגעגעבן זיין משמש און אים געזאגט ”לויף שנעלער צו יענעם בחור און גיב אים דאס געלט, אבער זאלסט אים נישט זאגן ווער עס האט עס געשיקט, דערנאך קום גלייך צוריק”
דער שמש האט געטוהן אלעס מיט גרויס שנעלקייט ער האט איבערגעגבען דאס געלט יענעם בחור נישט געזאגט ווער ס’האט עס געשיקט און איז תיכף צוריקגעלאפען צום חתם סופר
נאך שבת איז דער בחור צוגעגקומען אין אים געפרעגט ”ווער האט אייך געגעבען דאס געלט איר זאלט מיר דאס געבן?
האט דער שמש אים געענטפערט איך טאר דאס נישט דערציילן”
האט דער בחור געזאגט ”איר זאלט וויסן אז דער וואס האט מיט אייך געשיקט די עלף גילדן איז א בעל מופת און א בעל רוח הקודש און האט אנגעהויבען דערציילן די מעשה ווי פאלגענד:
איך בין אן ארעמער בחור וועלכער איז געקומען לערנען דא אין ישיבה איך שטיי איין ביי אן אכסניא וואו איך באצאל דירה געלט, אויסער דעם האב איך נאך הוצאות פון וואשן די וועש און ענליכע זאכען במשך די צייט האט זיך אנגזאמעלט א שטיקעל חוב און ווען די בעלת אכסניא פלעגט קומען מאנען דאס געלט האב איך איר אפגעשטיפט מיט תירוצים אז עס דארף מיר אנקועמן געלט און דעמאלס וועל איך איר באצאלן, זי האט מיר שטענדיג געגלויבט ביז ס’האט זיך אנגעזאמעלט א סומע פון עלף גולדן האט זי געזאגט אז זי וויל שוין מער נישט ווארטן.
דעם פארגאנגענעם פרייטאג ווען זי האט געדארפט איינקויפען אויף שבת און זי האט נישט געהאט מיט וואס איז זי געווארן זייער שטארק אויפגערעגט אויף מיר און מיר געזגט ”נעם דיר דיינע זאכן און גיי שוין ארויס פון דא מער קען איך דיר נישט האלטן זי האט תיכף מקיים פסק געווען גענומען אלע מיינע זאכען און מיר ארויסגעווארפן אויף די גאס.
איך בין געבליבען שטיין אויף די גאס נישט וויסענדיג וואס צו טוהן עס איז שוין פרייטאג פארנאכט און אלע מיינע זאכען ליגען הפקר אויף די גאס וואו זאל איך זיך ווענדן האב איך אנגעהויבען צו וויינען און מתפלל זיין צו השי”ת, אזוי שטייענדיג ביסט דו צוגעקומען און איבערגעגבען די 11 גילדן און תיכף אנטלאפען, איך האב גענומען דאס געלט און איר תיכף באצאלט און מיט גרויס שמחה האב איך מקבל שבת געווען און געדאנקט דעם אויבערשטען אויפ’ן נס וואס ער האט מיט מיר געטוהן.
(די מעשה ווערט געברענגט און א מכתב לספר ”זכרון למשה” פון הגאון מו”ה מנחם מענדל מרגליות ז”ל אב”ד דק”ק הארינטש וואס האט עס אליין געהערט פונעם בעל המעשה הרה”ג ר’ יעקב לעהרער ז”ל אין יאר תרנ”ו ווען ער איז ביי אים איינגעשטאנען)

דעם הייליגען חת”ם סופר’ס רביצין, בזיווג ראשון ,איז געוועהן די טאכטער פון הרה”ג ר’ משה יוראביטש ז”ל אבד”ק פרוסטיץ. ער האט געוואוינט מיט איר לאנגע יארן, אבער קיין קינדער האט ער פון איר (ל”ע) נישט געהאט.
ווען דער חת”ם סופר איז געבליבען אן אלמן (ל”ע), איז געקומען א שדכן און האט אים אנגעטראגען די טאכטער פון דעם גאון וקדוש ר’ עקיבא איגר זצ”ל דער רב פון פוזנא, האט דער חתם סופר געענפערט דעם שדכן: איך גלייב שווער אז דער שידוך קען ווערן, ווייל לויט ווי איך שטעל זיך פאר, זוכט אוודאי דער פוזנער רב א חתן א תלמיד חכם וואס זאל זיין צו געפאסט לפי כבודו, איך בין מסתמא נישט גענוג ראוי דערצו.
איז דער שדכן געגאנגען און האט אנגעטראגען דעם חתם סופר פאר ר’ עקיבא איגר, האט דער גאון געענטפערט: איך פון מיין זייט בין אוודאי מסכים דערצו, אבער דער פרעשבורגער רב זוכט אוודאי א פרוי א בת תלמיד חכם, און לפי דעתי בין איך מסתמא נישט גענוג ראוי פאר אים.
רופט זיך אן דער שדכן: אויב אזוי איז דאס זייער א גוטער שידוך , צוויי פשוט’ע אידן ביידע נישט קיין תלמידי חכמים [אזוי האלטין זיי ביי זיך] איז דאס א צוגעפאסטע זאך , דער שידוך איז געווארען למזל טוב און דער חתם סופר האט זוכה געווהן צו האבן פון די רביצין שרל דריי זין און פיר טעכטער, גדולי וגאוני ארץ וואס האבן באלויכטען די וועלט מיט זייער תורה וקדושה.

עס ווערט דערציילט אז דעם לעצטען ערב סוכות פאר דעם הסתלקות פון הייליגן חתם סופר (שנת ת”ר) האט דער חת”ס אוועק געשריבען א בריוו צו זיין גרויסן תלמיד הגאון רבי מנחם כ”ץ און וועלכן ער האט אים געבעבטען אז ער זאל זאפארט קומען צו פארן קיין פרעשבורג באשר בכן מיט עטליכע יאר צוריק האט ער אים געזאגט א חידוש אין סוף מסכת סוטה און אזוי ווי ער האט שוין כמעט פארגעסען דעם דאזיגען חידוש בעהט ער אים אז ער זאל קומען כדי ער זאל זיך דערמאנען ….

צוליב עפעס א סיבה האט זיך דער בריוו פון חתם סופר פארשפעטיגט און רבי מנחם כ”ץ האט נישט ערהאלטען דעם בריוו ערשט אין סאמע טאג פון הסתלקות פון חתם סופר . (כידוע איז דער חת”ס קראנק געווארען הושענא רבא און אזוי ווי ערב יום טוב שמיני עצרת איז דאך קיינער נישט געפארען פון פרעשבורג קיין ראגינדארף האט מען זיך ערשט אסרו חג סוכות דערוואוסט אין ראגינדארף אז דער חת”ס איז א חולה מסוכן ר”ל אבער קיינער האט נישט געוואלט דערציילען א שלעכטע בשורה פאר’ן מרא דאתרא רבי מנחם כ”ץ, אזוי ארום האט רבי מנחם נישט געוואוסט אז זיין רבי איז קראנק געווארען).

דעם אנדערען טאג כ”ה תשרי צופרי איז אנגעקומען דער בריוו פון חת”ס פאר רבי מנחם אז ער זאל קומען צו פארן קיין פרעשבורג, רבי מנחם האט תיכף זיך גענומען גרייטען צו פארן קיין פרעשבורג אזוי ווי זיין רבי האט אים געבעטען , ער האט זיך אבער געוואונדערט וואס זוכט דער חת”ס איצט זיך צו דערמאנען זיינס א חידוש מיט יארן צוריק?

די בני בית האט געזעהן אז רבי מנחם איילט זיך צו פארן קיין פרעשבורג האבען זיי באין ברירה דערציילט פאר רבי מנחם’ן אז דער חת”ס דארף גרויס רחמים ….

הערענדיג די ביטערע בשורה, האט רבי מנחם שוין פארשטאנען פארוואס זיין רבי דער חת”ס האט אזוי שטארק געוואלט איבער חזר’ן דעם חידוש וואס ער האט אים אמאהל געזאגט ..שפירענדיג אז עס איז קרב יום פקדתו.
(דער חת”ס האט פאר זיין הסתלקות איבער גע’חזר’ט כל התורה כולה , אלע חידושי אורייתא וואס ער האט געלערנט במשך כל ימי חייו, ווי חז”ל זאגען ”אשרי מי שבא לכאן ותלמודו בידו” דעריבער האט ער נישט געקענט זיך שיידען פון דעם עולם ביז מען האט אים געמוזט דערמאנען זיינס א חידוש אויף סוף מסכת סוטה וואס ער האט געהאט פארגעסען ).

רבי מנחם האט באלד מיט איין אימפעט , זיך גענומען איילען קיין פרעשבורג .
אנקומענדיג נאנט צום הויז פון חתם סופר האט ער שוין געטראפען דארט ווארטן טויזענטער אידען אנשים נשים וטף אלע מיט פארוויינטע אויגען קוים קוים האט זיך רבי מנחם כ”ץ באוויזען דורכצושטופען צווישען דעם גרויסען עולם ביז ער האט געקענט אריינגיין אין צימער וואו דער חתם סופר איז געלגען על ערש דוי.

דער חתם סופר האט אים באלד געגעבען שלום און ער האט זיך זייער געפרייט צו זעהן זיין תלמיד , רבי מנחם כ”ץ,

רבי מנחם האט באלד איבעברגעזאגט דעם חידוש פארן חת”ס און ווי נאר ער האט פארענדיגט איבערצוזאגען דעם חידוש האט באלד דער חת”ס זיך אנגערופען צו זיין תלמיד בזה”ל ”רבי מנחם כ”ץ גסיסה”…! און דער חת”ס האט אים געוויזען מיט’ן פינגער אז ער זאל ארויסגיין פון צימער (רבי מנחם כ”ץ איז געוועהן א כהן) רבי מנחם איז באלד ארויס פון צימער,און ווי נאר ער איז אנגעקומען אינדרויסען ביים טויער פון הויף האט ער שוין געהערט ווי מען שרייט ”שמע ישראל” ווייל דעמאלט פונקט איז געוועהן יציאת נשמה. רבי מנחם כ”ץ האט דערנאך געזאגט אז עס איז ביי אים זיכער אז דער רבי האט געווארט מיט יציאת נשמה ביז ער איז געוועהן אונטען אין הויף ….

דער הייליגער חתם סופר האט אמאל געגעבן צו פארשטיין פאר זיינע תלמידים, א שיינעם הסבר פארוואס מען עסט הארטע אייער פסח.

די נאטור פון אלע מאכלים איז אז וואס מער מ’קאכט זיי אלץ ווייכער ווערן זיי, אויסער אייער, ביי דער איי איז דער סדר פונקט פארקערט, וואס לענגער מ’קאכט עס אלץ הארטער ווערט עס.

האט דער הייליגער חתם סופר אויסגעפירט, די גוים מיינען אז מיט פייניגען די יודען וועט מען זיי צוברעכן און זיי וועלן ווייכער ווערן, און נאך לאזן פון צו טון מצות און מעשים טובים, דערווייל האבן זיי א גרויסן טעות, די יודען זענען מיט דעם נמשל צו אייער, און וואס מער מען מאטערט זיי און מ’פרובירט זיי צוצוברעכן אלץ שטארקער און הארטער ווערן זיי, מיט זייער באשלוס צו טון די רצון פון הייליגען באשעפער מיט מסירת נפש.

מען דערציילט נאך א מעשה אז איין מאהל איז דער הייליגע חתם סופר זכותו יגן עלינו געקומען באזוכען זיין תלמיד דער מהר”ם שי”ק, ווען דער מהר”ם שיק האט געהאלטען אין מיט’ן פארלערנען. דער מהר”ם שיק האט געהאלטען אז עס פאסט נישט אז ער זאל פארלערנען ווען זיין רבי איז דארט, האט ער געוואלט אויפהערען מיט זיין שיעור. האט איהם זיין רבי געזאגט אז ער זאל ווייטער פארלערנען – האט דער מהר”ם שיק געטראכט אז די גרעסטע כבוד פאר זיין רבי וועט זיין אז ער וועט נאך זאגען חידושים פון זיין הייליגע גרויסע רבי אויף די סוגיא וואס ער לערנט יעצט.

איז איינמאהל אויסגעקומען אז דער זוהן פונם הייליגען חתם סופר האט זייער שטארק געוואלט זונגען דעם זמר האט ער געפרעגט פארוואס דער טאטע זונגט נישט דעם זמר האט זיך דער חתם סופר אנגערופען אז איך האב געהערט אז ווען דער הייליגער בעל מחבר פון יה רבון האט געמאכט דעם זמר זענען אנטקעגען געקומען דער גאנצע פמליא של מעלה צו קומען אויסהערען און מקבל זיין דעם זמר אבער וויבאלד עס איז געווען א הייסע טאג איז ער געזעצען אן א אויבער מאנטעל האט דער גאנצע פמליא של מעלה אנטלויפן.

די וועלט זאגט אז דער חתם סופר האט זיך אמאהל אויסגעדריקט אז ער איז גרייט אוועק צו געיבן האלב פון זיין לערנען אויף נגינה, (אין עס איז דא וואס זאגען אז עס איז נישט אמת).
זיין זון האט מען אמאל געפרעגט ווי אזוי מאכט מען אזעלעכע ניגונים, האט ער געענטפערט עס שטייט דברים היוצאים מן הלב נכנסים אל הלב, האט ער געזאגט א ניגון דארף זיין ווייל דאס הארץ איז איבערפילט, און עס שפראצט ארויס געפילען פון הארץ אין טענער פון א ניגון דעמאלט’ס איז עס נכנסין אל הלב.

ביים חתם סופר אין בית המדרש איז אריין געקומען אמאהל א איד א ארימאן אין ער איז געווען שרעקליך פארשמירט,שמוציג בְּלָאְטֶע’דִיג, אין ס’האט אפילו גֶעשמֶעקט פון אים, ווען דער ארימאן איז אריין געקומען איז דער חתם סופר נישט געווען דארט, איז געווען אפאהר מִינֵי תלמידים, א חלק האבען זיך אויפגעשטעלט אין געגאנגען שלום געיבן פאר די מענטש, אין אים מקרב געווען, אפילו ס’איז נישט געווען גרינג צו צו גיין צו אים.
אין א חלק פון די בחורים האבען זיך פשוט נישט וויסענדיג געמאכט פון דעם מענטש, אין א חלק פון די בחורים האבען זיך גענומען חוזק מאכין פון אים, אין טשעפענען, ווען דער חתם סופר איז געֶוואָר געווארין די מעשה האט ער געגעיבין א רוּף אויס אין געזאגט, איר וועט זעהן: די אלע וואס האבען זיך אויפגעשטעלט אין שלום געגעיבין אין מקרב געווען דעם איד, די אלע וועלין נאך אמאהל ווערין רבנים, אין די וואס האבען ליידער חוזק געמאכט וועט איר אלע זעהן, עס וועט קומען א טאג וואס זיי וועלין זיך שמד’ן, אין די וואס האבען זיך נישט וויסענדיג געמאכט פון די מענטש, די וועלין טאקע בלייבען עהרליך, אבער קיין רבנים וועלין זיי שוין נישט ווערין,
שפעטער האט דער הייליגע חתם סופר זיי דערציילט ווער דאס איז געווען, זאגענדיג די ווערטער, אַשְרֵי מִי שְנָתַן לוֹ שָלוֹם וְהֶחְזִיר לוֹ שָלוֹם… דאס איז געווען אליהו הנביא וואס ער האט געוואלט ווייזען אז אָן גמילות חסד איז די תורה קיין תורה נישט.

**********************וויאזוי איך האב געהערט אין פארשטאנען די מעשה האט דער חת”ס געזאגט, די וואס האבען געגעבן שלום וועלען זיין רבנים אין מנהיגים (ד.ה. זיי ווייסען ווען מפסיק צי זיין פין תורה לטובת הכלל), די וואס האבען ווייטער געלערנט וועלען זיין גדולי תורה אבער נישט קיין רבנים, די די אנדערע וואס זענען לצנים וועלען ארויס לתרבות רע.

הגה”ק ר’ שמעון סופר ז”ל [דער זון פון חתם סופר ] ברענגט אינעם ספר השירים וואס זיין טאטע האט מחבר געווען, אז ער האט אמאל געפרעגט זיין טאטע’ן ווען ער האט געהאט צייט צומאכן אזויפיל שירים און ניגונים, ער איז דאך געווען אזוי פארנומען מיט זיין ישיבה און געלערנט טאג און נאכט? דער חתם סופר האט אים געענטפערט אז אין די פיר טעג צווישן יום כיפור און סוכות האט ער נישט געקענט לערנען צוליב די גרויסע דביקות וואס ער האט דעמאלס צוליב די הייליקייט פון די צייט, דעריבער האט ער דעמאלס געמאכט די שירים ווייל ער האט זיך נישט געקענט קאנצעטרירן צום לערנען.

איינמאל ערב יו”כ האט דער חתם סופר אריין געריפן א בחור פון ישיבה
ער האט אים געזאגט אז איך גיי דיר עפעס בעטן אבער איך בעט דיר זאג מיר נישט אפ
קודם האט זיך דער בחור זייער דערשראקן וואס וויל דער רבי ערב יו”כ פארנאכט’ס
דער בחור האט אים ציגעזאגט אז ער גייט אלעס טון וואס דער רבי וועט אים הייסן
האט אים דער חתם סופר געזאגט אז דא אין שטאט איז דא א ארימע מיידל א יתומה און איך וויל אז די זאלסט איר נעמען פאר א כלה. דער בחור איז געווארן זייער דערשראקן כידוע א מיידל אן א נדן האט געקענט אלט ווערן אין קיינער האט איר נישט גענימען.
דער בחור האט זיך גלייך געכאפט און געזאגט פארן חתם סופר מהיכן ירק זה חי
אן א נדן
האט אים דער חתם סופר געזאגט עלי ועל צווארי האט דער בחור מסכים געווען האט דער חתם סופר אויף געלעבט און געזאגט אז איך האב מיט גארנישט געהאט מיט וואס צי גיין צים יום הדין און יעצט קען מען צי גיין צים סדר היום
זי”ע

-

דער חתם סופר האט געהאט אן איידעם איך מיין ער האט געהייסן ר’ דוד הערש ער איז געקימען אלס חתן ערב יו”כ און ער נאר געפנט די טיר האט ער גלייך געחלשט ווען מען האט אים דערמינטערט האט אים דער חתם סופר געפרעגט צי ער האט אים געזען דער חתם סופר האט אים געזאגט אז איך האב געהאט א באזוך פון אליהו הנביא פארן הייליגן טאג.

דא האט ער זיך אפגערעדט ברוב עניוויות אז ער האט נישט קיין זכותים פארן הייליגן טאג און דא האט ער א באזיך פון אליהו הנביא

לעצטנס איז ארויסגעקומען א זמירות מיט מנהגים פונעם חתם סופר. ער ברענגט דארט מוראדיגע זאכן וואו ער האט זיך ממש פורש געווען פון יעדע הנאה אויף די וועלט. ער האט נישט געטרינקן קיין קאלטע משקאות, נאר גאר הייסע וואס מ’האט נישט געקענט קיין פינגער אריין-לייגן דערינען. מ’זאגט נאך פונעם רבין זי”ע אז דער חת”ס האט געמוזט זיין פון די תלמידי בעל שם צוליבן מעשה הידוע אז ער האט זיך באוויזען צום ישמח משה ווען ער האט זיך גענויטיגט אין א ישועה.זאגט מען נאך פונעם רבין, אז דאס, זיך באווייזען צו א צווייטן צדיק אין לעבן האבן נאר געקענט תלמידי בעל שם.

ווען דער הייליגער חתם סופר זי”ע איז אלט געווען 2 יאהר, איז איינמאל געשטאנען הרה”ג ר’ אביש’ל פרנקפורטר זצ”ל ביים ספר תורה, און זיך געגעבן א דריי אויס צום קינד און איהם אנגעכאפט זאגענדיג: ער וועט נאך זיין א לעבעדיגער תורה

************די מעשה גייט אז ר’ אביש’ל האט אויפגעהויבן דעם קליינעם משה’לע סופר פון פראנקפורט און געטאנצן מיט אים זאגנדיג; איך טאנץ מיט די תורה.

דער הייליגער ייטב לב זי”ע האט זיך מתאונן געווען אז ער האט נישט געלערנט אין פרעשבורג ביים חת”ס, זאגנדיג אז עס וואלט אים ווען צוניץ געקומען ביים שרייבן א תשובה!

אין די וואכעדיגע סדרה פרשת בהעלתך ברענגט דער הייליגער חתם סופר צו דעם הייליגן ספר ליקוטי אמרים תניא, זעה אין חתם סופר (שטערן) ד”ה והאספסוף, י”ל עפימ”ש בספר ליקוטי אמרים שהאריך כי נפש החיוני וכו עיי“ש

און ספר החסידת פון בעלז שטייט בשם מהרי”ד מבעלז זי”ע אז איין יאר זענען פאר שבעות געווען חסידים און פרעשבורג און זיי האבן נישט געקענט אנקימן קיין בעלז אויף יו”ט ווען זיי זענען אנגעקימן נאך יו”ט קיין בעלז האט דער שר שלו’זי”ע זיי אויסגעפרעגט וואס איז געווען ביים חת”ס האבן זיי אראפגעשילדערט פינקטלך די גאנצע יו”ט אז מען איז אויפגעווען א גאנצע נאכט און דערנאך האט מען זיך געשטעלט דאוונען וותיקן מיט אזא דערהויבנקייט וכו’ וכו’ ווען זיי האבן גענדיגט האט דער שר שלו’ זיך אנגעריפן ”דער התלהבות פונם חתם סופר שחרית שבעות האבן מיר נישט אפי’ יו”כ ביי נעליה” פון דאן האט מען און בעלז געריפן דער חת”ס הקדוש

א תלמיד פון חת”ס האט חתונה געהאט קיין גאליציע, און איז מיט די צייט נתקרב געווארן לחסידות ביז ער איז געווארן מתלמידי החוזה מלובלין זי”ע. יארן זענען דורך און דער חת”ס האט פון דעם תלמיד נישט געהערט, אבער ער האט געהאט חלישות הדעת דערפון. איינמאל האט דעם תלמיד אנגעכאפט א מורא’דיגע תשוקה צו זיין רבי’ן צום חת”ס, האט ער זיך אויפגעהויבן און געפארן קיין פרעשבורג. אנקומענדיג האט דער חת”ס געהאלטן אינמיטן פארלערנען, און אזוי ווי דער תלמיד איז אריינגעקומען האט דער חת”ס (תופס געווען עפעס א תערומות’דיגע מחשבה’לע מיט וואס דער תלמיד האט זיך ארומגעטראגן בשייכות צום חת”ס לחסידות, איך דענק נישט וואס, און האט) זיך אראפגעלייגט דעם קאפ בין ברכיו אויף א שטיק צייט. דערויף האט ער זיך אויפגעהויבן און געזאגט:

(ער האט עפעס מקדים געווען זיין רעיון מיט א משל, און דער שפיץ דערפון איז געווען) אז ס’פאראן פארשידענע דרכים אנצוקומען צום מלך, און מיר ניצן דעם אור אלטן אויסגעטראטענעם דרך המלך פון תורה, מיר האקן דורך אלע וועלדער דורך תורה. (אין דעם משל האט ער מסביר געווען דעם דרך החסידות מיט וועלכן דרך די חסידים קומען אן צום מלך).

באשכול ”שבועות בצל הקודש” ווערט דערמטאנט מיט א פונקטליכקיט די עובדא וז”ל:

ר’ משה דייטש אב”ד סובוטיצא שרייבט אין א מכתב [גידרקט אין "זכרון למשה" ירחון לרגל ק' שנה להסתלקות החת"ס],ווען איך בין געפארען אויף ראצפערט מקבל זיין פני בעלזער רב [וואס האט דאן גיוויילט דארט צוליב די ערשטע קריג]צוזאמען מיט מיין שוואגער ר’ אברהם סופר [זוהן פון ערלויער רב], האב איך אים פארגישטעלט אלס נכד החת”ס, האט זיך בעלזער רב אויף גישטעלט און זיך אנגערופן שטילער הייט ”די הייליגער חת”ס”, ווען די בעלזער האט זיך אראפגיזעצט רופט ער זיך אהן כהעל ענק זאגען פארוואס דער חת”ס איז אנגענומען אלס דער ”הייליגער חת”ס” אף צווישען חסידים, טייל ועלן זאגען צוליב גדלותו בתורה אבער דאס קען נישט זיין וויל בתקופתו האט נישט גיפעלט קיין גאונים, נאר ואסזשע דען, ע”פ ואס כהאב מקבל גיווען פון זיידען די שר שלום, אונזערע לייט [מיינענדיג אנשי בעלזא]זענען גיווען בין פסחא לעצרתא אויף מסחר אין די שטאט ווינה אוןזיי האבן זיך נישט גיקענט זיך אהיים קערין אויף שבועות, אבער אין ווינה האבן זיי זיכער נישט גיוואלט פארברענגען די יו”ט, האבן זיי מחליט גיווען צו פארן צום חת”ס אין פרעשבורג, די חת”ס האט זיי גיוויזן פנים מאירות און שטארק מקרב גיוועהן, די מנהג אין פר”ב איז גיווען נאכן ניעור זיין כל הלילה האט די חת”ס זיך גישטעלט צו שחרית, די צוויי חסידים האבן מיטגידווענט מיטן חת”ס מנין.
פירט די בעלזער רב אויס, ווען די חסידים האבן זיך גיקערט אהיים האבן זיי געשילדערט אז די עבודה וואס זיי האבן גיזעהן ביים חת”ס זעהט מען נישט ביי אונז אפי בעצם יום הכיפורים, דעריבער איז רגיל בפי העולם ”דער הייליגער חת”ס”.

נאך אן עובדא וואס ווערט דערמאנט אין ”שבועות בצל הקודש”

עס שרייבט ר’ אנשיל וויס אב”ד נאדיפולא, [אויך בירחון הנ"ל] אין בעלזא איז דער מנהג אז בשעת די מילכיגער קידוש אום שבועות [ווי עס זענען נאר אריין יחידי סגולה], איז גיווען רגיל צו דערציילען פון די ראשונים כגון די רי”ף די רמב”ם רש”י אדער רב האי, צו רב שרירא גאון, מאכט זיך אמאהל ווי ווי דער בעלזער רב ר’ ישכר בער, ביים קידוש האט זיך פארשמועסט וועגין די חת”ס, די ארומיגע האבן זיך שטארק גיווינדערט ווי זייער רבי איז משנה פון מנהגו בקודש, ווען דער רב האט דאס באמערקט האט ער זיך אנגערפון די ציבור ווארט צו הערן אודות די ראשונים, וויסען זאלט עטס די חת”ס איז אחד מן הראשונים.

ע”כ מהנעתק.

אין גדולת יהושע [ח"א שיחות קודש אות פ"ב] ווערט דערציילט אז ר’ משה ארי’ פריינד פרנס עיר סיגעט איז אמאהל גיפארין אויף בעלז צו ר’ יושעלי, אויפן וועג איז ער אדורך די שטאט קאלאמייא, האט ער מחליט גיווען אריין צו צוגיין צו ר’הלל ליכטענשטיין די דארטיגע רב, ר’ הלל האט יענע תקופה ארויסגיגעבין זיין ספר עת לעשות לאור עולם, ווען ער האט זיך דערוואוסט אז ר’ משה ארי’ איז אויפן וועג קיין בעלז האט ער מיטגישיקט מיט אים א ספר כדי ער זאל דאס איבערגעבין פארן בעלזער רב במתנה.
היות דער עת לעשות איז געשריבען גיווארין אויף אידיש [דער ספר איז געווידמיט מעורר צו זיין די המון עם בשעתו ווען סהאט געבוזשעוועט קאלטע ווינטען און לתועלת האט ער דאס מפרסם גיווען אויף זארגאן אידיש, בדרך שאלה ותשובה],האט ר’ משה ארי גיקווענקעלט צו ער זאל דאס איבערגעבין פארן בעלזער רב להיות ספאסט נישט איבערצוגעבין א ספר אויף די אידישער שפראך, אבער נישט ווילנדיג מועל זיין בשליחותו האט ער באין ברירה איבערגיגעבין די ספר.
שבת צופרי האט דער בעלזער רב זיך שארק פארזוימט פארן דאווינען און ר’ משה ארי’ זייענדיג פון די נכבדים איז ער גערופען געווארין לבא אל בית המלך טרינקען א קאווע, ר’ משה ארי’ האט אויסגענוצט די געלעגינהייט און האט אריינגעקוקט בקודש פנימה צוזעהן די עבודה פון בעלזער רב, אזוי קוקענדיג באמערקט ער ווי ער איז מעיין אינעם עת לעשות, דאס איז שוין גיוען א תימה בעיניו, ווען בעלזער רב האט זיך אויפגישטעלט גייענדיג צום דאווינען רופט ער זיך אן צו ר’ משה ארי’, כבין דיר מכיר טובה אויך די מתנה טובה וואס האסט מיר גיבריינגט פאר שבת, און בעלזער האט מסביר גיווען ”אלעס וואס מיר ריידין די אלע יארען שטייט דא אין ספר”.

בעלזער רב האט ממשיך גיווען, “ווען די טאטע [שר שלום] פלעגט מיר שיקן אויף לעמברג קויפן נייע ספרים פלעגט ער מיר אנזאגען נאר צובריינגען פון אלטע מחברים די קדמונים וראשונים, ווען דער תשו’ חתם סופר איז ארויס לאור עולם האב איך פארשטאנען נישט צוקופין די תשו’, אהיימקומענדיג האט מיר טאטע פארגעהאלטען היתכן כהאב נישט אהיימגבריינגט א תשו’ חתם סופר, האב איך גיענפערט אז כהאב פארשטאנען אז ספרים פון נייע מחברים זאל איך נישט אהייבריינגען, האט מיר די טאטע גיענטפערט, וואס איז די מעלה פון די חיבורי הראשונים ווייל זיי האבין גילערינט תורה לשמה און נאר מכוון גיווען לשם ד’, דער חתם סופר גייט אויך אריין אין די גדר, דעריבער זאלסטו דאס קומענדיגע מאהל אהיימבריינגען א תשו’ חת”ס, אזוי אויך, פירט דער רב אויס, איז מיט דער עת לעשות, ווי דער מחבר מיינט נאר לשם ד’.

האט ר’ יושעלע אויסגיפירט אז דעריבער האלט ער די תשו’ חת”ס צוזאמען מיט די ספרי הראשונים.

און הדרת קודש ווערט גיבריינגט פון נאסוידער רב בשם שינאווער רב, אז נייע ספרים קויפט ער א שטייגער ווי חתם סופר וואס איז באטעמט, און ווי ארי’ דבי עילאי וואס יעדער ווארט איז מטהר ומקדש.

דער שינאווער רב האט דערציילט, אמאהל איז דער חת”ס גיזעצין מיט זיין שטערין אויף די צוויי הענט און גיווען שקוע טראכטענדיג אויף די אלע צדיקים וואס געפונען זיך אין זיין דור [דהיינו גדולי החסידים] און האט נישט זוכה גיווען זיי צו קענין פנים אל פנים ואולי וועט מען אים תובע זיין לעתיד אויף דעם, פון די אנדערע זייט האט ער גיקלערט אז ער קען נישט איינשטעלין מיט אזא גיפארעכץ להיות די דרך החסידים איז צו רעדן בהפלגה והגזמה ואולי איז נישט ריכטיג ווי זיי געבין איבער כדי מזאל דארפין מבטל תורה זיין אויף אזוינע נסיעות.
דער חת”ס האט זיך דערמאנט פון א תלמיד זיינע וואס וואלט נישט משנה גיווען בדיבורו אפי’ בעד כל חללי דעלמא, דער תלמיד האט זיך באזעצט אין קראקא, און איז גיווען רגיל ביים חוזה פון לובלין, האט דער חת”ס גיקלערט לו יהא ער וואלט מיר גיקומען מעיד זיין בגדלות החוזה וואלט ער ביי זיך גיקענט פועלין ער זאל פארין צום חוזה, די מחשבות האט געווירקט אז דער תלמיד האט פלוצלינג זיך געבענקט נאך זיין רבין און האט זיך אזוי ארום ארויסגילאזט קיין פר”ב.
אנקומענדיג איז פונקט דאן דער חת”ס ווידער גיווען שקוע אין די סארט מחשבות און אודות תלמידו, אזוי ארום ווען די חת”ס הייבט אויף זיין קאפ און באמערקט זיין תלמיד איז ער גיווארין מלא שמחה לקראתו, און האט אים פארבעטין ער זאל אים זאגין מגדולת החוזה, דער תלמיד האט נישט געפוילט און איבערגיגעבין אלעס מהחל ועד כלה, ווען ער פארענדיגט רופט זיך דער חת”ס אהן ”איך האבע מיך ענטשלאהסען איך בלייב אויפען הייצער” דהיינו ער האט מחליט גיווען צו בלייבען דער הייצער פון אויבן.
דער חת”ס האט מסביר גיווען די רייד מיט א משל, ווי באקאנט איז מלכותא דרקיעא כעין מלכותא דארעא, פונקט ווי במלכותא דארעא געפונט זיך שרים וואס גיבען זיך איבער בהנהגת הממשלה זעלבסט אזוי אויך איז דא אזעלכע עבדים וואס שטייען גרייט אז אין בית המלך זאל אלעס קלאפען, אזוי אויך איז במלכותא דרקיעא די אלע קדושים זענין עומד על משמרתם און זענין מייחד יחודים להנהגת מלכות שמים, אבער אויב וועל איך אויך זיך אריינלאזען אין די ענינים ווער וועט ענפערין תשו’ להמון שואלים בדבר ד’ זו הלכה, אז דער בית המלך זאל אנגין כשורה.

עמ’ 122
אן ענליכען סיפור שרייבט ר’ ישכר שלמה טייכטאהל [ער איז גיווען רב אין פישטיאן תלמיד פינעם מונקאטשער רב, ער האט מחבר גיווען די ערשטע חיבור מיוסד עפ"י דברי חזל בנוגע די אלע אנגעלעגינהייטען צו דח חובבי ציון, ראוי להקדיש אשכול מיוחד בגינו], אבער דאס האט זיך שוין אויסגילאזט זייער זויער, ומעשה שהיה כך היה.

[די ערשטע טייל עובדא בין איך מעתיק בקצרה] א נגיד א בר אוריין איז אנגעקומען קיין פרעשבורג און פארבעטין די חת”ס זאל אים אנשדכן’נען א בחור פאר אן איידעם, די חת”ס האט אים געצייגט ממובחרי התלמידים, בשעטו”מ איז די חתונה פארגעקומען און דער איידעם האט זיך גיזעצט אין ווינקל פון שוהל און גיהקאט שטיקער יומם ולילה, דער שווער איז גיווען א חסיד פון ראפשיצער [אדער א זידיטשובער חסיד, דער כותב אין זכרון למשה איז מסופק], און פלעגט כסדר פארין אהין און ביי זיך אין שטוב פלעגט מען אלס רעדין בגדולת פון רבין, דער שווער האט אבער שטארק גיבאדערט היתכן זיין איידעם פאראינטערסירט זיך ניטאמאל דערין, בפרט דער ראפשיצער אליין האט גיוואלט מקרב זיין די איידים א פרעשבורגער תלמיד, אבער דער שווער האט אים נישט גיואלט שטערין אדער צווינגען צו קומען וויבאלד ער איז גיווען איינגעוואונט אויפן אשכנזישין שטייגער וואס ער האט גיעזעהן ביי רבו דער חת”ס.
מאכט זיך אמאהל א גוטע גילעגינהייט וואס דער שווער האט גיקענט פארהאלטען זיין איידים היתכן ער פרעגט זיך ניטאמאל נאך די דרכי החסידות, די איידים ענפערט אדרבה ואדרבה נאר להיות ער איז גיווען כה שקוע בלימודו איז אים נישט איינגיפאלען צו פרעגין און טאקע דאס קומענדיקער מאהל זאל ער אים מיטנעמין, אנקומענדיג אהין איז ער שטארק נתפעל גיווארען אזוי אז ער איז שוין גיווארין א חסיד נלהב פון ראפשיצער ביז ער האט שוין כמעט נישט גידענקט זיין רבין דער חת”ס, מאכט זיך אמאהל ווי דער איידים האט זיך פארבענקט נאך פרעשבורג אן האט פארבעטין זיין שווער זאל אים ערלויבין צו פארען קיין פרעשבורג מקבל זיין פני רבו דער חת”ס, זיין שווער האט שטארק גיפאלין די פלאן און האט אים אויסגערישט די נסיעה.
די חתם סופר האט אינמיטען די שיעור נישט מפסיק גיווען פאר קיינעם נאר פאר א תלמיד חביב האט ער אין קורצען גיפרעגט בשלומו מחמת ארויסצוווייזען זיין חביבות צום תלמיד, ווען דער אויבינדערמאנטער תלמיד איז אנגעקומען קיין פר”ב איז דער חת”ס גיווען אינמיטען פארלערנען און ווען דער תלמיד איז אריין האט אים דער חת”ס באמערקט און האט אים באגריסט מיט גרויס חביבות, אבער דערנאך האט זיך דער חת”ס אנגערופין ”אבער דיא האסט דיך אין מיר עראינערט”, דהיינו האסט מיך פארטוישט מיט א צווייטען, דער תלמיד האט צוריקגיענטפערט ”ווען די רבי וואלט געשפירט כאטש איינמאהל א טעם אין א דאווינען ביים ראפשיצער וואלט דער רבין ניכט קיין חידוש גיווען דאס איך האב אים פערגעסען”, די חת”ס הערינדיג דאס האט זיך זיין פנים געטוישט קאלירען און געטראכט א רגע, דערנאך האט ער פותח גיווען מיט די ווערטער ”ווינטער ווען סדא בבית המלך קעלטען האט ער גענוג משרתים און אויבענעס, אבל לולא די העלצער העטטען זיא אללע ערפרארען גיווארען, כמו כן מה נותן החמימה גדולה נאר די תורה הקדושה, און תורה איז ב”ה דא ביי אונז אויך” דער חת”ס האט אויסגעפירט ”אויף מיין כבוד בין איך מוחל אבער אויפן כבוד פון די תלמידים און די תורה קען איך נישט מוחל זיין”, דער תלמיד האט גיזעהן ווי סכלתה אליו הרעה האט ער אויסגיטוהן די שיך כדי מקבל נזיפה זיין, סהאט נישט גיהאלפען און דער חת”ס האט נישט געוולאט הערין פון גארנישט, דער תלמיד האט זיך ארויסגילאזט אויפן וועג אהיים, אבער ליידער אויפן וועג איז לא עלתה לו יפה און ער איז שוין נישט אנגעקומען אהיים.
ביי דעם שיעור איז גיזעסען די מחנה חיים ר’ חיים סופר.

א מעשה נורא געהערט פון זלאטשובער רבי פון נתני’ (בנו של הרה”צ ר’ מיכלי) בשמו פון הגאון רבי שמואל וואזנער שליט”א בעל שבט הלוי, וואס ער האט דאס אליין געהערט פון א איד אין קראקא וואס דאכט זיך אז מיט אים איז געווען די מעשה, כידוע איז געווען רב אין קראקא הגאון רבי שמעון סופר זצוק”ל א זוהן פונעם הייליגן חתם סופר, פאר ער איז געווארן רב דארט האט זיך געטוהן אביסל וועמען מען זאל אויפנעמען אלס רב, די חסידים וואס האבן געוואוינט דארט האבן געוואלט מען זאל אויפנעמען א קאנדידאט וועם זיי האבן פארגעשלאגן,

דער הייליגער צאנזער רב זי”ע האט אבער יא געשתדל’ט אז מען זאל אויפנעמען רבי שמעון סופר אלס רב אין קראקא און אזוי האט מען טאקע געטוהן צום סוף, בשעת די פרשה איז די איד געגאנגען צום הייליגן צאנזער רב און זיך עפעס אויסגעדריקט אנטקעגן רבי שמעון סופר, האט דער הייליגער צאנזער רב זיך צושריגן ”וויאזוי ציטערט מען נישט צו רעדן אויף א קינד פונעם הייליגן חתם סופר”
האט דער איד פארציילט אז פון דעמאלס אן האט ער אנגעהויבן צו ציטערן און עס האט נישט אויפגעהערט, ער האט שוין אזוי געציטערט עד סוף ימיו.

אויב איך געדענק גיט האט רבי שמואל וואזנער נאכדערציילט די מעשה פון דעם איד אליין וואס ער האט געטראפן אין קראקא ציטערנדיג, און ער האט פארציילט פון וואס דאס קומט.

דער טענקא רב זצ”ל האט דערציילט וואס ער האט געהערט פון זיין שווער הגאון מנאדיפולי זצ”ל ששמע מהה”ג ר’ פנחס האלצער וואלקויא, שהוא שמע כמה פעמים מהגאון ר’ מרדכי צבי שלעזינגער זצ”ל אבד”ק נאדיפולי ומח”ס זכרון מנחם שראה את המכתב באוצרותיו של הגאון ר”ש סופר זצ”ל אב”ד קראקא כשעדיין היה במאטערסדארף (גדול בישראל,טענקא, מדור בית סופרים עמוד ר”ד) נאר מיט איין משמעות’דיגער שינוי, אז דארט פארציילט ער אז דאס איז געווען ווען דער רוזינער איז געזעצן אין תפיסה (דהיינו צווישן תקצ”ח און שושן פורים ת”ר) לפי”ז שטימט אלעס.
אין קובץ ’אוצרות הסופר’ (חלק י”ג עמוד קכח) איז דא א המשך צו דעם פון איינעם וואס האט דאס געהערט פון קראסנער רב הה”ק ר’ הלל ל”ש זצ”ל, וז”ל שכשהיה הה”ק מרוזין זצ”ל כבר בעסטרייך, ומלכות רוסיא עשו כל מיני השתדלויות להחזירו, שלח הה”ק מרוזין שני חסידים לפרעשבורג אל הגה”ק החת”ס לבקשו שישתדל אצל שרי המלוכה לבל יוכלו הרוסים להפק זמם, המה באו לשם ונשתהו שם ימים אחדים, והחת”ס עשה בקשתם והשתדל ופעל בעזר השם, ואחרי שכבר הצליח הדבר, שבו בחזרה אל רבם הקדוש וסיפרו לו אודות עבודתו בקודש של החת”ס כל ימות החול, והיה להם התפעלות גדולה מתפלותיו ושיעוריו וכל סדר התנהגותו, אך הוסיפו שמכל מקום בשבת קודש לא התפעלו כל כך, כמו בימות השבוע, כאשר שמע הה”ק מרוזין זי”ע את דבריהם ענה להם מה לכם פלא הלא בשבת אני הוא המלך, אבל בימות השבוע הרי הוא (החת”ס) המלך, עכ”ל.

ר’ יצחק שלמה אונגער אב”ד חוג חת”ס אין זיין ספר ”רשומים בשמך”, ברענגט מה ששמע מפי ר’ יוסף נפתלי שטערין [די מסדר כל כתבי חת"ס באומנות יתירה ונפלאה] וואס ער האט גיהערט מפי חותנו ר’ שלמה אלכסנדרי סופר בן ר’ שמעון סופר די קראקאווער רב, וואס מיט ר’ שלמה אלכסנדרי בדידיה הוי עובדא.

ביי א גילעגנהייט איז ר’ שלמה אלכסנדרי איקלע צום בעלזער רב ר’ ישכר בער, און די רב פארבעט אים ער זאל אים דערציילען מגדולת זק’ די חתם סופר און פון אביו קראקאווער רב, ר’ ש”א ענפערט מיט איין עובדא וואס מזעהט גדולת שניהן בבת אחת.

און פרעשבורג איז גיווען נהוג ווי אלע אנדערע ערטער אין אויבער לאנד, אז נאך תפילת שחרית בצפרא דשבתא האט מען גיזאגט עלינו און דער ציבור איז צוגאנגען אהיים קידושמאכען אויף מיני תרגומא, און ארום זייגער עלעף איז דער ציבור צוריק אויף קריאת התורה און תפילת מוסף [אויך איז גיווען טייל אירע וואס האבען תיכף דערויף גידאווענט מוסף, אבער צו קריה"ת איז איעדער צוריק].

פאסירט איינע פון די שבתים וואס דער חת”ס איז אהיימגעקומען און אזוי דורכגייענדיג די קיך באמערקט ער ווי בנו שמעו’לע שלעפט דאס קלייד פון אמו הרבנית און פארבעט איהר זיי זאל איהם עפעס ענפערין, די מאמע האט זיך אבער נישט געקומערט אין אים, מיט א צייט דערויף גייט דער חת”ס נאכאמאהל פארביי די קיך און עס חזרט זיך איבער דאס זעלביגע, אבער דאס מאהל האט אים די מאמע אנגעשריגען ”לאז אפ און פרעג מער נישט דיין שטענדיגע פראגעס”.

דער חת”ס רופט צו בנו הילד און פרעגט אים וואס איז זיין פראגע, ענפערט ער אז מזאגט די נוסח פון קדושה [נוסח אשכנז] “נקדש את שמך בעולם, כשם שמקדישים אותו בשמי מרום”, פרעגט דאס קינד א הארבע קשיא ווער פון אונז האט דען גיהערט די קדושה פון די מלאכי השרת אז די באגער ביים דאווענין איז נקדש את שמך כשם שמקדישים.

דער חת”ס ענפערט ליבלעך ”פרעגסט גוט, און קום יעצט מיט מיר אין שוהל אריין”, אנקומענדיג און שוהל האט אים דער חת”ס גישטעלט לצידו, און ווען דער ש”ץ האט זיך גיגרייט צו די עמידה [=הויכע שמונה עשרה] האט אים די חת”ס ארויפגישטעלט אויף זיין בענקיל און גיהייסען ער זאל זיך אנכאפען אין סטענדער און גוט צו הערין, דאס קינד האט גיפאלגט און צוגילייגט אויער און מוח.

נאכען דאווענין פרעגט אים אביו ”נו סנאך עפעס שווער”, “ניין!” ענפערט ער מיט שטאלץ ”אלעס איז שוין קלאר”, זיין טאטע לאזט נישט נאך אין פרעגט ”זאג מיין קינד אים וואס האסטו גיהערט”, ענפערט שמעו’לע, “קודם שמעתי שרעקליך שרייען, און דערנאך געהערט זייער שיין זינגען”.

ווען ר’ שלמה אלכסנדרי ענדיגט שילדערין די עובדא, רופט זיך אהן דער בעלזער רב ”א פלא א טאטע, א פלא א קינד”.

בקובץ אוצרות הסופר (ח”ז עמ’ מ”ה) מובא כעי”ז לא על הרש”ס רק על הכת”ס, מאחד ששמע מפ”ק של הגאון בעל התעוררות תשובה מערלוי, שאביו הכתב סופר סיפר לו:
סיפר רבינו הכתב סופר שבילדותו אחרי שהבריא ממחלתו שנטה ממנה כמעט למות רח”ל וכידוע העובדא שמרן החת”ס זיע”א אמר שעל יובל שנה פעל בשמים להחיותו מ”מ היה חלוש בטבעו ולא היה חזק במזגו ומיטתו היתה מונחת בחדר הורתו ותלמודו של מרן החת”ס שישגיח עליו בעת שינתו ופע”א באמצע הלילה ראה שפניו של אביו הוארו בשמחה ופניו מבהיקים ויתמה ע”ז מאוד וישאל לאביו מה הוא זה ועל מה הוא זה ורבינו החת”ס בענותנותו ניסה להשתמט מלהשיב ויאזור אומץ בנפשו ואמר שאם לא יפרש לו שיחתו ונימוקו ירד מעל מיטתו רבינו החת”ס שחס על בריאות בנו וחלישות גופו לא יכול לסרב ואמר לו שכיון שעכשיו חצות הלילה ומתחלפים המשמרות בשמים וכששמע את קול שירם וזמרם באימה ובנעימה הביא לו הדבר שמחה וגילה ובירכו שכשיגדל הוא גם יזכה לשמוע שירתם

ר’ נתן אדלער האט געשיקט תלמידו החת”ס צו אפשטילען שחוק וקלות ראש ביי א געוויסע חתונה, און ווען די חתן האט אים געסטראשעט האט שוין די חת”ס מורא גיהאט צוריקגיין האט אים ר’ נתן אדליר געשיקט מיט א שופר אן גהעייסין מכוון זיין ווי און סהאט נישט גענומען קיין מעת לעת אין די סנישט גיווען קיין חתן וכלה, דאס האט גורם גיווען אז ר’ נתן אדליר האט געמוזט פארלאזין פ”פ.

כהאב גיהערט די פאלגענדע עובדא פון איד וואס האט דאס גיהערט פון איינע פון די נוכחים, דער נוכח וואונט אין בארא פארק ער הייסט פראנקעל א זוהן פון די יו”ר פון די ארטאדאקסישען לישכה אין פעסט, [די מעשה האב איך גיהערט א לאנגע צייט צוריק, בשעתו האט נאך די נוכח גילעבט, היינט ווייס איך נישט כהאף נאך צו קאנפארמין די פונקטליכע דעטאלין, און נעמין].

בשעת ווען מונקאטש איז נאך גיווען א טייל פון די אונגרישער לישכה [דער מנ"א האט זיך למעשה אפגעטיילט ווען מונקאטש האט שוין נישט גיהערט צו אונגארין, אויך צוליב וואס יונגערע רבנים האבען גענומען פירן די רעדער ואכ"מ]האט דער מונקאטשער רב [דער מנח"א] געשפילט א גרויסע ראלע אין די הלך ילך און פעסט און פלעגט היבש אפט ערשיינען בבית משפחת פראנקעל דורכצורעדין ענינים העומדים על הפרק, פאסירט אמאהל ווען די מנ”א קומט אן אינמיטען די נאכט צו זיי און שטוב, ווען מהאט אים מכבד גיווען אריינקומען אין די הויז האט ער מסרב גיווען און אזוי ארום געבליבען שטיין אידערויסען אויף די טרעפ, דער מנח”א גייט צו צום ענין און פרעגט ”ילמדנו פארוואס אין די וועלט איז אנגענומען די חת”ס גרעסיר און ”גדלות” [נישט תורה נישט עבודה וכו' נאר בהאי לישנא "גדלות"] מער ווי דער סאנזער רב,די יו”ר ווייסט נישט וואס צו ענפירען און פארטראכט זיך א מינוט.

נאך אפאר מינוט ענפירט ער מיט א סיפור וואס ער האט גיהערט פון ר’ — [ווי גיזאגט פריער גידענק איך נישט די פרטים כהאף נאך אריינצופילען די בלענקס] בשם א תלמיד חת”ס.

איינע פון די מובחרי תלמידי חת”ס ר’ – וואס האט שוין גילערינט ביים חת”ס א גאנצע מחזור, דהיינו אלע מסכתות וואס איז גיווען רגיל אין פרעשבורגער ישיבה צו לערנין, און יעצט האט ער זיך גיגרייט אנצוהייבען איינע פון די מסכתות וואס ער האט שוין גילערנט ביים חת”ס, דער חת”ס האט פאראויסגיזאגט די מראה מקומות צום שיעור אין די תלמידים האבען זיך גענומען גרייטען, היות דער תלמיד האט שוין גיהערט אזויפיל שיעורים פון חת”ס ובפרט אויך אויף די דאזיגע מסכת, האט ער זיך ערלויבט און האט גיזאגט פאר זיינע חברים אז לויט די מראה מקומות וואס די רבי האט געגעבין גייט ער מחדש זיין אזוי און אזוי און ער האט אפי’ נאכגימאכט די תנועות פון חת”ס וואס ער גייט מאכען בשעת די קשיא און די תנועה בשעתן תירוץ וכו’.

דער חת”ס קומט אריין צום שיעור און נעמט זיך פארלערנין, און וואנדער איבער וואונדער די חת”ס זאגט גענוי ווי דער תלמיד האט פאראויסגיזאגט און טאקע מיט די גענוי תנועות, פארשטייט זיך סגיווארען א שטיקל שמייכלעריי, נאך אפאר מינוט האט זיך שוין אנגעזעהן אויף אביסעל העכירע טעניר אזוי ארום אז די חת”ס האט באמערקט וואס עס גייט פאר, ער שטעלט זיך אפ און פרעגט ”ולשמחה מה זו עושה”, קיינער האט זיך נישט דערוואגט צו זאגען די סיבה ביז דער חת”ס האט גוזר גיווען אויף איינע פון די תלמידים אז ער מוז אויסזאגען, ווען די חת”ס הערט ואס סליגט אונטער דעם האט ער פארמאכט די גמרא, און פארן פארלאזען די שיעור שטובל זאגט ער מיט א שטרענגע מינע, “אויב מווייסט סיי ווי מיין שיעורים פון פאראויס, וואס פעלט אויס פארלערנין”, און אזוי האט ער פארלאזט די שיעור שטיבעל.

ווי די קול איז ארויס אז דער חת”ס האט מפסיק גיווען די שיעור, ותהום כל העיר, אזאנס האט נאך קיינמאהל נישט פאסירט, די ראשים פון שטאט האבען מחליט גיווען אז אולי זאל מען די תלמיד באשטראפען וכו’, דער תלמיד האט פאר פחד זיך אויסבאהאלטען אין זיין אכסניא פאר דריי טעג, מורא האבענדיג פאר א קפידא פון זיין רבין, נאך דריי טעג האט ער ערשיינט ביים שיעור, און פאר די חת”ס האט נאר אנגעהויבען צו דרשנען, רופט ער זיך אהן אז דער תלמיד זאל ארויפקומען צום שטענדיר, דער תלמיד איז גיווארען פארציטערט דא וועט אים זיין רבי שוין פארווארפען פון ביידע עולמות און זיינע אברים זענין גיווארען דא לדא נקשן, דער חת”ס זעהט ווי דער תלמיד פארזוימט זיך הייסט ער נאכאמאהל ארויפקומען, ווי די חת”ס פארענדיגט דאס צווייטע באפעהל גייען צו כמה בחורים און שטופין אים צו צום שטענדיר.

ווען די תלמיד איז אנגקומען צום חת”ס פאנגט אהן די חת”ס בדמעות שליש איבער בעטין די תלמיד, “ווי גרויס איז מיין פשיעה כלפי אזא תלמוד, אנשטאט זיך פרייען מיט אזא תלמיד אז ער קען מיינע שיעורים פון פאראויס מיט אלע קנייטשען און תנועות בין איך צוגעקומען צו שטיקעל כעס, און גורם גיווען צער פאר אזא לאנגע צייט”, דער תלמיד הערנדיג די רייד איז גיווארען ממש צושאקעלט, אבער די חת”ס האט נישט נאכגילאזט ביז דער תלמיד האט בפה מלא מוחל גיווען.

ווען די יו”ר האט פארענדיגט די סיפור, איז נתחוורו פניו פון מנחת אלעזר, און האט גיזאגט ”אכן נודע הדבר”, און האט זיך צוריק גילאזט אויפן וועג אהיים אנא דעם ער זאל אפי’ אריין א ברכה מאכען.

******************************* צוויי קליינע הוספות: ער איז געוועהן אן ארום בחור און די תלמידים וואוסנדיג זיין חריפות וזכרון האבן איהם פאר א פאר גראצעס אונטערגעקויפט ער זאל דאס פון פאראויס באווייזן
די הייליגער חת”ס האט געלאזט דורך זיין גבאי אויסרופן אז אלע בחורים זאלן זיך היינט צונויפקומען צום שיעור אפי’ די וואס קומען נישט געווענטליך, ווייל עס פלעגן זיין אזעלכע וואס זענען געבליבן לערנען אין קוואטיר.

אויך איז באקאנט די מעשה (ואעתיק מספר פרי העץ):

בתוך אחת השיחים [של המהר"י מודרן עם רבו החת"ס], ביקש רבו להתוודע ממנו מהותה של דרך החסידות, מאחרי שידע משייכותו של רבינו לגדולי תלמידי בעש”ט הק’. רבינו מסר לרבו רשמים על גדולי החסידות שהכיר וגם על המוני החסידים שראה והתנכר עמהם באונגארין ובגליציה . יסופר כי החת”ס בשמעו את דבריו של רבינו [המהר"י מודרן] בתארו את גדולתם של גדולי החסידות הגיב בגודל ענותנותו  וצדקתו: למלך יש עבדים שונים, ולכל אחד יש תפקיד ודרך מיוחד למלאות רצונו, וכולם מהם נצרכים למלך וכולם עושים לו נחת רוח. הנה אני הנני מסיק תנורו של מלך ביגיעת תוה”ק ללמוד וללמד ולהשיב תשובות כהלכה, ובקשתי דלא איעול בכסופא לעלמא דאתי לפני מלכו של עולם הקב”ה.

די הייליגער דברי חיים באזוכנדיג אמאל די מהר”ם אש, האט זיך די מהר”ם אש מפלפל געוועהן מיטן דברי חיים אויף זיין דברי תורה און ער האט איהם גארנישט געענטפערט. שפעטער האט ער איבערגעגעבען פארן זון הגאון ר’ מנחם אש מראה מקומות צו ווייזן פארן טאטען. ווי די מהר”ם האט דאס נאכגעקוקט איז ער ערשטוינט געווארן צו זעהן ווי ער האט אפגעוואנדן די אלע פלפולים פון פריער, און מרוב ענוותנותו האט ער עס נישט געוואלט זאגן בפניו פונעם מהר”ם אש.
די מהר”ם אש האט דאן פארציילט פאר זיין בני הקהל אז יעצט פארשטייט ער שוין די רמז פון זיין הייליגן רבי’ן די חתם סופר.
ומעשה שהי’ כך הי’, די הייליגער חת”ס האט קיינמאל נישט ערלויבט אז מיר זאלן איהם איבערגעבן די בריעווען וואס פלעגן טעגליך אנקומען מכל קצוי תבל אין מיטן זיין שיעור צו די בחורים. אבער איינמאל האבן די תלמידים יא איבערגעגעבן א בריעוו וואס איז געקומען פון צאנזער רב וואוסנדיג אז ס’איז נוגע צו א גט וואס די חת”ס האט גע’אסרט און די דב”ח האט מתיר געוועהן. די דב”ח איז נאך געוועהן דענסטמאל גאר יונג. ווי די חת”ס ענדיגט לייענען דעם בריעף,דרייט ער זיך אויס צום מיר (די מהר”ם אש) און רופט זיך אהן ”דער פאללאק שטרייט גוט” (שטרייט מיינט ער קריגט גוט)און ער האט איבערגעזאגט די ווערטער עטליכע מאל זיך ווענדענדיג צו מיין ריכטונג. איך האב מיר אייביג געוואונדערט פארוואס האט ער דאס געזאגט דווקא צו מיר? רבותי, יעצט פארשטיי איך שוין. ער האט געזעהן מיט זיין ליכטיגע אויגען אז איך וועל זיך אויך מיט איהם אמאל מפלפל זיין זאל איך וואוסן אז ער וועט באזיגן ווייל ער שטרייט גוט…

די מעשה ווערט געברענגט אין ספר אביר הרועים תולדות פון די הייליגער קאלעווער. עס האט פארציילט ר’ ?מנחם פאלאטשעק? אז הרה”ג ר’ שאול ענגל דומ”ץ קאלוב (מחסידי אשוואר וזקינו של הרה”ג בעל חמדת שאול מראצפערט) איז מתחלה געוועהן א מתנגד לחסידות און געלערנט ביי מרן החת”ס. איז ער איינמאהל געגאנגען אויף אפרוה צו א קור ארט,האט ער זיך דארט געטראפן מיט הרה”ק ר’ מאיר’ל מפרימישלאן זי”ע. ר’ מאיר’ל האט דאן געזאגט די פאלגענדע תורה:הגוזר ים סוף לגזרים כי לעולם חסדו. זאגט ער, ים סוף מיינט יום סוֹף די לעצטער טאג פון לעבען. זאגט ער, הגם ס’איז באשערט גרויסע יסורים פארן מענטש צום סוף פון זיין לעבען כדי אפצוקומען אלע זיינע חטאים, גייט דער אייבירשטער ברוב רחמיו וחסדיו און צוטיילט די יסורים דורכאויס די לעבען פון די מענטש אז ער זאל נישט מוזן ליידן אויף איינמאל אלס. דאס איז פשט לגוזר יום סוף לגזרים - ער צושניידט די יסורים פון די לעצטער טאג אויף שטיקלעך במשך ימי חייו, כי לעולם חסדו! ר’ שאול הערנדיג די טייטש איז ויצחק בקרבו לאמר, וואו קומט דער ווארט ים סוף צו יום סוף? ער איז נישט געוועהן צוגעוואוינט צו די סארט טייטשן.
די קומנדיגע מאל ווען ער איז געוועהן ביי זיין רבי’ן האט ער איהם דאס איבערגעזאגט. ווי דער חת”ס האט דאס געהערט איז ער אויפגעשפרינגען! זאגט ער, דאס איז דאך א בפירוש’ער מדרש אל תקרי ים סוף אלא יום סוף, און איך האב אלע יאהרן נישט פארשטאנען פשט אין דעם מדרש, ואכן נודע הפשט, וקלסי’ רבו. פון דאן אהן איז ר’ שאול נתקרב געווארן

Leave a Reply

Your email address will not be published. Required fields are marked *

You may use these HTML tags and attributes: <a href="" title=""> <abbr title=""> <acronym title=""> <b> <blockquote cite=""> <cite> <code> <del datetime=""> <em> <i> <q cite=""> <strike> <strong>